Wednesday, June 16, 2021

This Land is Your Land realized in Yiddish

דאָס לאַנד איז דַײן לאַנד פֿון װּודי גאָטרי, 1940

פֿאַרטַײטשט פֿון ליבע גריץ און דניאל קאַהן

מיט חײם באָכנער, מײשקע אַלּפערט, און דזשאַש װאַלעצקי


כהאָב מיר געװאַנדערט, אין אַ לאַנד אַ פֿרַײען אַרױס פֿון מידבר, װי ממצרים

געזוכט אַ נַײעם ירושלים

דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


רעפֿרען: 

דאָס לאַנד איז דַײן לאַנד דאָס לאַנד איז מַײן לאַנד

פֿון קאַליפֿאָרניע ביז עליס אַײלאַנד

פֿון די גרױסע אָזערעס ביז די ברײטע ימען 

דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


איך גײ אַריבער די בערג און טעלער 

אַרומגערינגעלט פֿון זיסע קעלער

 די ריטשקעס מורמלען, די פֿײגל זינגען

 דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


כזע אַ גרױסן מױער מיט אַ שילד װאָס װאָרנט 

װיל מען אַרַײנעט, שטײט אַז מע טאָר ניט 

נאָר אױף יענער זַײט, שטײט דאָרטן גאָרניט

 אָט איז די זַײט פֿאַר מיר און דיר


גײ איך מיר װאָגלען, די זון פֿון אױבן

נאָר בײזע װינטן צעבלאָזן שטױבן

דורך די טומאַנען הער איך געזאַנגען

דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


אױף נאַסע גאַסן, אין טיפֿע שאָטנס 

זע איך װי מענטשן בעטן נדבֿות 

בַײ אַזאַ דלות, טו איך זיך קלערן

צי דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר


עס קען שױן קײנער אונדז ניט פֿאַרשטערן 

די פֿרַײע װעגן אונדז ניט פֿאַרװערן 

ניטאָ קײן צאַמען, ווען נאָר צוזאַמען

דאָס איז אַ לאַנד פֿאַר מיר און דיר






No comments:

Post a Comment

About this Blog

  If you are reading this blog please know that it is for my own use - mostly to be able to find songs that I like, and not for any commerci...