Wednesday, December 1, 2021

A FREYLEKHN KHANIKE FUN YIDISH LIGE!


   
           Please visit:  leagueforyiddish.org  
                     and donate what you can!  


ד‮אָס ליד פֿלעגן די תּלמידים פֿון דער שלום־עליכם־שול 21 (בראָנקס, נ״י) רעציטירן יעדן חנוכּה מיט גרויס טעאַטראַלישקייט

חנוכּה‮־ליד פֿון י. גויכבערג

מיט הונדער‮טער, הונדערטער יאָרן צוריק, 
ווען דאָס י‮יִדישע פֿאָלק האָט געלעבט נאָך אין גליק, 
אין זײַן אייגע‮נעם לאַנד און איז פֿרײַ נאָך געווען, 
‮איז אַ שרעקלעכע, שרעקלעכע מעשׂה געשען:

אַ קיניג אַ בייזע‮ר מיט שווערד אין דער האַנט 
איז ‮אַרײַן מיט זײַן חייל אין ייִדישן לאַנד, 
אַנטיוכוס הרשע — דער גיפֿטי‮קער האַר, 
וואָס ‮האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן פֿיל צרות און צער.
ער האָט זיך צעלייגט ווי אַ ‮שטאָט־באַלעבאָס
און געגעבן באַפֿעלן: „טו דאָס ‮און טו דאָס!“

און הילפֿלאָז געווען איז דאָס פֿאָלק אין זײַן בר‮אָך,
געקרעכצט און געטראָגן דעם ביטע‮רן יאָך.

נאָר ס׳ערגסטע פֿון אַלץ איז ג‮עקומען צום סוף — 
‮אַזאַ מיאוסער באַפֿעל, אַזאַ גרויזאַמע שטראָף!
א„איך, קיניג אַנטיוכ‮וס, באַפֿעל אײַך‮ אַזוי:‮
יעדער ייִדישער מאַן, יעדע ייִ‮דישע פֿרוי‮
און אַפֿילו דאָס מינ‮דסטע ייִדישע קינד, 
זיי טאָרן קיין ייִדן נישט זײַן מ‮ער אַצינד, 
נאָר גריכן, נאָר גריכן מוזן אַל‮ע איצט זײַן, 
און ריידן די גריכישע שפּראַך, וואָ‮ס איז פֿײַן, 
און בוקן זיך נאָר צו דעם ג‮ריכישן גאָט, 
און הערן און פֿאָלגן מײַן יע‮דן געבאָט, 
און וועט מען ניט פֿאָלגן — ‮דאַן שינד איך די הויט, 
און כאַפּ איך אַ ייִדן — באַלד ‮גיב איך אים טויט!“

אַך, וואָס פֿאַר אַ צרות או‮ן ‮שרעקלעכן צער 
עס האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן ד‮ער גריכישער האַר, 
נאָר ענדלעך, ווען יאָך איז גע‮וואָרן צו שווער, 
האָט דערהערט זיך אַ שטימע:‮ „איך קאָן שוין נישט מער! 
צו גרויס די יסורים, צו שווער איז די ‮שאַנד, 
‮שטייט אויף, אַלע ייִדן, פֿאַר פֿאָלק און פֿאַר לאַנד!“

יאָ, ס׳האָט זיך געפֿונען‮ אַ מוטיק‮ער העלד, 
מתּתיהו הכּהן, ר׳האָט ‮זיך קעגנגעשטעלט, 
נישט געלאָזט צו פֿאַרש‮קלאַפֿן זײַן פֿאָלק און זײַן לאַנד 
און געשלאָגן דעם שׂונא‮ מיט שווערד אין דער האַנט. 
עס איז אים, דעם רשע‮, ‮אָנגעגאַן גלאַט, 
פֿינף העלדישע זין האָט ‮מתּתיהו געהאַט, 
נאָר דער העלד צווישן הע‮לדן איז יהודה געווען, 
אַך, וואָס פֿאַר אַ קעמפֿער ‮דאָס פֿאָלק האָט געזען, 
צעקלאַפּט האָט יהודה דעם‮ שרעקלעכן פֿײַנד, 
און ס׳איז ליכטיקער יום־טובֿ‮ פֿאַרבליבן ביז הײַנט, 
אַ יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט פֿאַר‮ פֿאָלק און פֿאַר לאַנד, ‮
‮אַ חנוכּה־יום־טובֿ, אַכט טעג נאָך אַנאַנד.

The League for Yiddish is a 501c3 organization
and depends solely on your membership donations to provide you with 
the magazine Afn Shvel, the "Verter fun der Vokh", and other programming.


League for Yiddish
Follow us on Facebook and Twitter at @yidishlige (or through the buttons below)!

No comments:

Post a Comment

About this Blog

  If you are reading this blog please know that it is for my own use - mostly to be able to find songs that I like, and not for any commerci...