Saturday, August 19, 2023

Unter Dayne Vayse Shtern by Avrum Sutzkever from the Mlotek Collection. YIDDISH OSYES ONLY

אונטער דײַנע װײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
מײַנע װערטער זײַנען טרערן
װילן רוען אין דײַן האַנט.
זע, עס טונקלט זײער פֿינקל
אין מײַן קעלערדיקן בליק,
און איך האָב גאָרניט קײן װינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.

און איך װיל דאָך, גאָט געטרײַער,
דיר פֿאַרטרױען מײַן פֿאַרמעג.
װײַל עס מאָנט אין מיר אַ פֿײַער,
און אין פֿײַערמײַנע טעג.
נאָר אין קעלערן און לעכער
װײנט די מערדערישע רו.
לױף איך העכער, איבער דעכער
און איך זוך: װוּ ביסטו, װוּ?

נעמען יאָגן מיך משונה
טרעפּ און הױפֿן מיט געװױ.
הענג איךאַ געפּלאַצטע סטרונע
און איך זינג צו דיר אַזױ:
אונטער דײַנע װײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
מײַנע װערטער זײַנען טרערן
װילן רוען אין דײַן האַנט.


https://yiddishsongs.org/unter-dayne-vayse-shtern/


The Yosl and Chana Mlotek Yiddish Song Collection and th Workers Circle

YiddishSongs.org

No comments:

Post a Comment

About this Blog

  If you are reading this blog please know that it is for my own use - mostly to be able to find songs that I like, and not for any commerci...