Saturday, September 23, 2023

Sapozhkelekh Yiddish Osyes

https://yiddishsongs.org/di-sapozhkelekh/

https://www.blogger.com/blog/post/edit/134133065219166983/6995275859592323398#

פֿאַרקױפֿן די סאַפֿאָזשקעלעך,
און פֿאָרן אױף די דראָשקעלעך,
אבי מיט דיר אין אײנעם צו זײן.
אױ, איך אָן דיר און דו אָן מיר
װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿײגעלע מײַן.

אױ, פֿאָרן אױף די װאָקזאַלעכלעך
און פֿאַרקױפֿן פֿרעמדע שאַלעכלעך,
אבי מיט דיר אין אײנעס צו זײַן.
אױ, איך אָן דיר און דו אָן מיר
װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿײיגעלע מײַן.

אױ, עסן אָן א טישעלע,
און שלאָפֿן אָן אַ קישעלע,
אבי מיט דיר אין אײנעם צו זײַן,
אױ, איך אָן דיר און דו אָן מיר
װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿײיגעלע מײַן.

אױ, שלאָפֿן אױף די װאָקזאַלעכלעך
און װואַשן פֿרעמדע פּאָלעכלעך. . .
אַבי מיט דיר אין אײנעס צו זײן.
אױ, איך אָן דיר און דו אָן מיר
װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿײגעלע מײַן.






No comments:

Post a Comment

About this Blog

  If you are reading this blog please know that it is for my own use - mostly to be able to find songs that I like, and not for any commerci...